ברוכים־הבאָים צום אַרבעטסאַמט

צום גרינגסטן איז צו געניסן פֿון דער באַדינונג פֿון אַרבעטסאַמט דורך אינטערנעץ

דער אַדרעס פֿונעם היימאָרט פֿונעם אַרבעטסאַמט איז www.arbetsformedlingen.se. דאָ קען מען געפֿינען אינפֿאָרמאַציע וועגן פֿרײַע אַרבעט־שטעלעס. יעדער אַרבעט־געבער קען דאָ אָנבאָטן פֿרײַע שטעלעס. די אינפֿאָרמאַציע איז אַלעמען צוטריטלעך — אַ קײַלעכדיקן מעת־לעת.

די טעלעפֿאָנישע באַדינונג פֿונעם אַרבעטסאַמט — טעלעפֿאָן0771-416416

עס איז אויך פֿאַראַן אַ מעגלעכקייט זיך צו פֿאַרבינדן מיטן טעלעפֿאָנישן דינסט פֿאַר באַניצערס. דאָ קען מען רעדן מיט אַ פֿאַרמיטלער פֿון אַרבעט־שטעלעס. דער דינסט פֿאַר באַניצערס איז צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען אין משך פֿון דער אַרבעטסוואָך פֿון 8 ביז 17.

אין די מערסטע שטעט געפֿינט זיך אַן אַרבעטסאַמט

טאָמער אַן אַרבעטסלאָזער געפֿינט נישט קיין גענוגנדיקע הילף דורך אינטערנעץ, קען ער זיך ווענדן צום נאָענטסטן אַרבעטסאַמט. אַדרעסן פֿון די אַרבעטסאַמטן. 

Eures

פֿאַר אַרבעט־זוכערס און אַרבעט־געבערס איז פֿאַראַן אינפֿאָרמאַציע וועגן אַרבעטס־ און לעבנס־באַדינגונגען אין שוועדן און אין אַנדערע לענדער פֿון דעם אייראָפּעיִשן פֿאַראיין אָדער וועגן ווירטשאַפֿטלעכן אייראָפּעיִשן שותּפֿות אויף דײַטש, פֿראַנצייזיש און ענגליש, דורך דעם פֿאַרבינד EURES.

Eures